Boro Park Dinner 5785

25MIRBP 2024

בס”ד

הונדערטער בוגרי וידידי הישיבה לעבן מיט גייסטרייכע שעות
“ביי גראנדיעזן דינער מאורי התורהפאר ישיבת מיר

 

אויסנאמליכע פראגראם מיט געשפאנטע דרשות און רייכע פרעזענטאציעס פולט אן דעם נאכט מיט תוכן און געשמאק מתחלה ועד סוף געפאקטע זאל מיט רעזערווירטע זיצןשטרייכט ארויס דעם שעצונג פון די חשובע נדיבי עם פאר די רבבה עמלי התורה בין כותלי הישיבה

:כולם נקבצו באו לך

שוין פון די פריע אויפדערנאכט שעה’ן אום דינסטאג בשלח האט זיך אנגעהויבן דער מאסן-שטראם ביים ווינקל פון פערצן און -פופציג, ווען אלעס ווענדט זייער טריט צום “עטרת גאלדא זאל’ן” מיטן רעזערוואציע-קארטל אין האנט. כדי צו קענען האלטן א מוסטערהאפטן סדר און פארזיכערן די מאקסימום הנאה פון די חשוב’ע תומכים.

:חכם בני ושמח לבי

אין באזונדערע זאלן אויפן אונטערשטן שטאק האבן די חשוב’ע עלטערן שיחי’ הורי התלמידים געהאט די געלעגנהייט זיך צו טרעפן פערזענליך מיט חשוב’ע מגידי שיעור שליט”א וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן מעבר לים צו איבערגעבן ערשטהאנטיגע גרוסן מהנעשה והנשמע בין כותלי הישיבה. די טאטעס האבן געקוואלן פון נחת הערנדיג ווי שטארק זייער בחור שטייגט בתורה ועבודת ה’ און נוצט אויס די צייט ווי ס’באדארף צו זיין

:למחזיקים בה ותומכיה מאושר

אריינקומענדיג אין זאל האט זיך דאס אויג נישט געקענט זעטיגן פון דאס פראכטפולקייט און רייכקייט וואס האט ארויסגעשיינט פון אלע ווינקלען. די טישן זענען געווען הערליך צוגעגרייט אויף א מלכות’דיגע פארנעם, ווען אויפן מזרח-ברייט ציט זיך דער אויבן-אן וועלכע איז במשך די נאכט באשיינט געווארן דורך פילע רבנים הגאונים הצדיקים שליט”א, און צו די צוויי זייטן זענען אויסגעשטעלט די מטיבי נגן פונעם פילהארמאנישן “שירה” כאר מיטזינגענדיג מיטן הארץ-שטים פון ר’ אברהם פריד הי”ו, ווען די רייכע ארקעסטרע אונטערן געטיגן פירערשאפט פון ר’ יושע קאלער הי”ו שפילט אונטער פאכמאניש און מאסיוו

דער חשוב’ער מרביץ תורה הרב אלתר הורוויץ שליט”א האט געעפנט דעם מעמד מיט פאסיגע דיבורים, ארויסברענגנדיג די געפילן אלס אליין א תלמיד הישיבה וועלכע קומען איצט צו מחזיק זיין און מכיר טובה זיין פאר די בירא דשתית מיניה מיא, עס זאל ווייטער קענען ממשיך זיין להוציא לנו מים

ביותרת הכבוד האט דער פול-געפאקטער זאל זיך צוגעהערט צום קול ה’ בהדר מפום ממלל רברבן כבוד הגאון הראש ישיבה שליט”א, איבער די חשיבות פון די לומדי תורה אין ישיבה וועלכע זענען מחזיק די גאנצע וועלט בכח תורתם, און מעומק לבבו באדאנקט די עוסקים במלאכת הקודש, און אלע עסקנים וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן להצלחת המעמד, און אנגעוואונטשן בברכת התורה פאר אלע חשוב’ע תומכים ומחזיקי התורה וועלכע העלפן צו למען החזקת הישיבה בנדיבות לבם הטוב

מיט א בליציגע דרשה האט אויפגעטרעטן דער “נואם הכבוד” הרב הגאון פה מפיק מרגליות ר’ אליהו רובינשטיין שליט”א ר”מ בישיבה, און מיט זיין אראטישן קראפט האט ער אריינגעברענגט דעם גאנצן ציבור משתתפים אינערהאלב די וועלט פון “מיר”, איבער די געוואלדיגע כח התורה וואס טוט זיך אפ מידי יום ביומו אין דעם מעכטיגן תורה-צענטער, און די זכות אדיר וואס די מחזיקי התורה האבן אלס אייניגע שותפים יששכר-זבולן אין די רבבות שעות לימוד התורה בהתמדה רבה ועצומה

א שטילקייט האט איבערגענומען דעם זאל ווען עס האט זיך דערהערט די איידעלע שטימע פונעם וועלט-בארימטן מגיד שיעור הגאון ר’ אשר אריאלי שליט”א, מיט פייערדיגע ווערטער צו אויפפלאמען די הערצער מיט אהבת התורה, צו נעמען א חלק מיט די חשוב’ע עמלים בתורה לסעדם ולתמכם

דאן האט מען אויפגעשפילט א מייסטערהאפטיגע פרעזענטאציע באגלייט מיט די זאמד פרעזנטאציע וואס האט געהאלטן די עולם געשפאנט און האט אויפגעוועקט די אינערליכע געגועין וכיסופין צו זיין א חלק פון די עולם התורה, מיט דאנק צו השי”ת דער נותן התורה פאר די זכי’ צו קענען זיין פון די וועלכע העלפן די עמלי התורה

צום סיום המעמד האט זיך דער ציבור אויפגעשטעלט מיט פרייליכע ריקודין בשמחת התורה, האנט ביי האנט די חשוב’ע מרביצי תורה מיט די מחזיקי תורה

דער ציבור איז זיך צעגאנגען מיט געהויבענע געפילן, דאנקענדיג השי”ת ששם חלקינו בין יושבי בית המדרש, אז מ’האט די זכי’ צו האבן א חלק און א שותפות מיט די אריבער רבבה לומדי התורה כ”י, און צוהעלפן אז די גראנדיעזע מקום תורה זאל ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עז

:

!ברוך אשר יקים את התורה הזאת

Recent News

Tamuz 5786

Sivan 5786

Iyar 5786

Special Mazel tov to Harav Hagaon Meilich Karp Shlita and his Rebbetzin

on the engagement of their son

Mazel Tov to Mir Friends

Shea Dobner

on the engagement of his daughter

Hudi Gewirtzman

on the Bar Mitzva of his son

Avromi Gestetner

on the Bar Mitzva of his son

Shragi Rabinowitz

on the birth of a baby boy

Eliezer Zimmet

on the birth of a baby boy

Dovid Rosen

on the engagement of his daughter

Yehuda Marx

on the birth of a baby boy

Shlomo Friedman

on the birth of a baby boy

Eli Freund

on the birth of a baby girl

Heshy Siff

on the birth of a baby boy

Dovi Fass

on the birth of a baby girl

Yitzy Drew

on his engagement

Eli Krause

on the Bar Mitzva of his son

Avromy Berliner

on the Bar Mitzva of his son

Avraham Silver

on the birth of a baby girl

Ezra David

on the Bar Mitzva of his son

Shimon Finkelstein

on the birth of a baby boy

Chaim Gejerman

on the birth of his grandson

Eliyahu Chapler

on the Bar Mitzva of his son

Eli Fisch

on the Bar Mitzva of his son