Boro Park Dinner 5784

LASH6922

בס”ד

עמלי התורה דינער באריכט

הונדערטער בוגרי וידידי הישיבה לעבן מיט גייסטרייכע שעות
ביי גראנדיעזן דינער עמלי התורהפאר ישיבת מיר
אין פראכטפולן אולם החדש

אויסנאמליכע פראגראם מיט געשפאנטע דרשות און רייכע פרעזענטאציעס פולט אן דעם נאכט מיט תוכן און געשמאק מתחלה ועד סוף גאר פראפעסיאנאלע סדר באוואונדערט אלע משתתפים, ווערנדיג אויפגענומען און געזעצט מיטן ריכטיגן כבוד דורך שטאב פון געטרייע עסקנים פולגעפאקטע זאל מיט הונדערטער רעזערווירטע זיצןשטרייכט ארויס דעם שעצונג פון די חשובע נדיבי עם פאר די רבבה עמלי התורה בין כותלי הישיבה ניו יארקער דינער ווידעראמאל זיך ארויסגעוויזן אלס פעסטער רוקןביין מיט שטאנדהאפטע הכנסה להחזקת הישיבה

כולם נקבצו באו לך:

שוין פון די פריע אויפדערנאכט שעה’ן אום דינסטאג בשלח האט זיך אנגעהויבן דער מאסן-שטראם ביים ווינקל פון פערצן און איין-און-פופציג, ווען אלעס ווענדט זייער טריט צום “אולם החדש” מיטן רעזערוואציע-קארטל אין האנט. כדי צו קענען האלטן א מוסטערהאפטן סדר און פארזיכערן די מאקסימום הנאה פון די חשוב’ע תומכים.

חכם בני ושמח לבי:

אין באזונדערע זאלן אויפן אונטערשטן שטאק האבן די חשוב’ע עלטערן שיחי’ הורי התלמידים געהאט די געלעגנהייט זיך צו טרעפן פערזענליך מיט חשוב’ע מגידי שיעור שליט”א וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן מעבר לים צו איבערגעבן ערשטהאנטיגע גרוסן מהנעשה והנשמע בין כותלי הישיבה. די טאטעס האבן געקוואלן פון נחת הערנדיג ווי שטארק זייער בחור שטייגט בתורה ועבודת ה’ און נוצט אויס די צייט ווי ס’באדארף צו זיין.

למחזיקים בה ותומכיה מאושר:

אריינקומענדיג אין זאל האט זיך דאס אויג נישט געקענט זעטיגן פון דאס פראכטפולקייט און רייכקייט וואס האט ארויסגעשיינט פון אלע ווינקלען. די טישן זענען געווען הערליך צוגעגרייט אויף א מלכות’דיגע פארנעם, ווען אויפן מזרח-ברייט ציט זיך דער אויבן-אן וועלכע איז במשך די נאכט באשיינט געווארן דורך פילע רבנים הגאונים הצדיקים שליט”א, און צו די צוויי זייטן זענען אויסגעשטעלט די מטיבי נגן פונעם פילהארמאנישן “שירה” כאר מיטזינגענדיג מיטן הארץ-שטים פון נשמה-זינגער ר’ מרדכי שטיינמעץ הי”ו, ווען די רייכע ארקעסטרע אונטערן געטיגן פירערשאפט פון ר’ יושע קאלער הי”ו שפילט אונטער פאכמאניש און מאסיוו.

דער חשוב’ער מרביץ תורה הרב ישראל שפירא שליט”א האט געעפנט דעם מעמד מיט פאסיגע דיבורים, ארויסברענגנדיג די געפילן אלס אליין א תלמיד הישיבה וועלכע קומען איצט צו מחזיק זיין און מכיר טובה זיין פאר די בירא דשתית מיניה מיא, עס זאל ווייטער קענען ממשיך זיין להוציא לנו מים.

דאן האט הר”ר הערשל קויפמאן הי”ו אויפגעטרעטן און האט אויסגעשמועסט איבער דעם ציל פונעם “עמלי התורה” קאמפיין און היינט-נאכטיגן אווענט, צו ארויסהייבן און שטיצן די זעקס טויזנט אינגעלייט עמלי התורה, אויסשרייענדיג מיט פאטאס, “מען האט מיר געפרעגט, פארוואס לייגט מען נישט קיין בילד פון הונגעריגע קינדער צו ארויסברענגן די תורה מתוך הדחק? האב איך געזאגט אז דאס איז נישט אן אמת’ע בילד פון די מיר’ע עמלי התורה. די קינדער פון אונזערע עמלי התורה זענען גליקליך! פרייליך! זייערע טאטעס טוען אויפהאלטן די וועלט! זייערע טאטעס קומען אהיים צופרידן! אשרינו מה טוב חלקינו אז אונז קענען זיין די מחזיקים פון די עמלי התורה!”

ביותרת הכבוד האט דער פול-געפאקטער זאל זיך צוגעהערט צום קול ה’ בהדר מפום ממלל רברבן כבוד הגאון הראש ישיבה שליט”א, איבער די חשיבות פון די לומדי תורה אין ישיבה וועלכע זענען מחזיק די גאנצע וועלט בכח תורתם, און מעומק לבבו באדאנקט די עוסקים במלאכת הקודש, און אלע עסקנים וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן להצלחת המעמד, און אנגעוואונטשן בברכת התורה פאר אלע חשוב’ע תומכים ומחזיקי התורה וועלכע העלפן צו למען החזקת הישיבה בנדיבות לבם הטוב.

דאן האט הר”ר הערשל קויפמאן הי”ו ארויסגעברענגט א דאנק פאר די צענדליגע עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן פארן דינער קאמפיין און מעמד הנהדר, ובראשם האט ער ארויסגעהויבן די פעולות נשגבות פון הר”ר דוב בריעגער הי”ו, וועלכע איז עומד בראש הפאנדרעיזינג ברוחב בינתו וכשרונותיו הברוכים.

מיט א פייערדיגע דרשה האט אויפגעטרעטן דער “נואם הכבוד” הרב הגאון פה מפיק מרגליות ר’ יצחק מאיר שטערנבוך שליט”א ר”מ בישיבה, און מיט זיין אראטישן קראפט האט ער אריינגעברענגט דעם גאנצן ציבור משתתפים אינערהאלב די וועלט פון “מיר”, איבער די געוואלדיגע כח התורה וואס טוט זיך אפ מידי יום ביומו אין דעם מעכטיגן תורה-צענטער, און די זכות אדיר וואס די מחזיקי התורה האבן אלס אייניגע שותפים יששכר-זבולן אין די רבבות שעות לימוד התורה בהתמדה רבה ועצומה.

א שטילקייט האט איבערגענומען דעם זאל ווען עס האט זיך דערהערט די איידעלע שטימע פונעם וועלט-בארימטן מגיד שיעור הגאון ר’ אשר אריאלי שליט”א, מיט פייערדיגע ווערטער צו אויפפלאמען די הערצער מיט אהבת התורה, צו נעמען א חלק מיט די חשוב’ע עמלים בתורה לסעדם ולתמכם.

דאן האט מען אויפגעשפילט א מייסטערהאפטיגע פרעזענטאציע באגלייט מיט די ווארעמע שטימע פון מטיב נגן ר’ מרדכי איליאוויטש הי”ו, וועלכע האט אויפגעוועקט די אינערליכע געגועין וכיסופין צו זיין א חלק פון די עולם התורה, מיט דאנק צו השי”ת דער נותן התורה פאר די זכי’ צו קענען זיין פון די וועלכע העלפן די עמלי התורה.

צום סיום המעמד האט זיך דער ציבור אויפגעשטעלט מיט פרייליכע ריקודין בשמחת התורה, האנט ביי האנט די חשוב’ע מרביצי תורה מיט די מחזיקי תורה.

דער ציבור איז זיך צעגאנגען מיט געהויבענע געפילן, דאנקענדיג השי”ת ששם חלקינו בין יושבי בית המדרש, אז מ’האט די זכי’ צו האבן א חלק און א שותפות מיט די אריבער רבבה לומדי התורה כ”י, און צוהעלפן אז די גראנדיעזע מקום תורה זאל ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עז.

די הנהלת הישיבה קומט ארויס מיט א הארציגע רוף אז די וועלכע האבן זיך נאכנישט אנגעשלאסן אין היייעריגן עמלי התורהקאמפיין קענען איבערגעבן זייער ברייטהארציגע נדבה למען החזקת התורה ורבבה עמליה דא:

ברוך אשר יקים את התורה הזאת!

Recent News

Tamuz 5786

Sivan 5786

Iyar 5786

Rabbi and Mrs. Meir Kastan

on the marriage of their daughter

Harav and Rebbetzin Peretz Tarshish

on the engagement of their son

Harav and Rebbetzin Shmuel Wolman

on the marriage of their daughter

Harav and Rebbetzin Eliyahu Lapin

on the marriage of their daughter

Mazel Tov to Mir Friends

Ahron Metz

on his engagement

Simcha Schur

on the birth of a baby girl

Yaakov Lang

on the birth of a baby girl

Yonah Halberstadt

on the birth of a baby boy

Yossi Snyder

on the marriage of his son

Yisroel Kader

upon his marriage

Baruch Yarmush

on the birth of a baby girl

Yosef Fixler

on the Bar Mitzva of his son

Ezra David

on the marriage of his son

Dovid Klein

on the engagement of his son

Dovid Wassner

on the engagement of his daughter

Mordechai Peker

upon his marriage

Yossi Pines

on his engagement

Yoni Bobker

on the birth of a baby boy

Yisroel Tzvi Dewick

on the birth of a baby boy

Yossi Tepfer

on the birth of a baby boy

Yitzy Marmurstein

upon his marriage

Micha Seruya

on the birth of a baby girl

Avraham Kohen

on the birth of a baby girl

Bentzi Fixler

on his engagement

Yehuda Wagner

on the engagement of his daughter

Meir Simcha Berger

on the birth of a baby girl

Aryeh Schwebel

on the birth of a baby girl

Yechiel Schulman

on the birth of a baby boy

Yossi Schoenfeld

on the engagement of his daughter

Adam Pollack

on the engagement of his daughter

Lipa Rockove

on his marriage

Mordechai Tzvi Rotstein

on the engagement of his daughter

Yaakov Moshe Frankel

on the birth of a baby boy

Shmuel Bursztyn

on the birth of a baby boy

Moshe Stewart

on the birth of a baby boy

Levi Yosef Bechhofer

on the birth of a baby girl

Yaakov Fishberg

on his engagement

Moshe Boehm

on the marriage of his son

Levi Hoff

on the marriage of his daughter

Avromi Kravetz

on the engagement of his daughter

Yonah Katz

on the birth of a baby girl

Mordechai Rothschild

on the marriage of his daughter

Shua Idels

on his engagement

Chaim Neger

on the engagement of his daughter

Shmuel Kravetz

on his engagement

Shlomo Zalman Gutfreund

on the birth of a grandson

Mordechai Gutfreund

on the birth of a baby boy

Pinchas Hayum

on the engagement of his daughter

Daniel Zafrani

on the marriage of his daughter

Motty Herzog

on his engagement

Mordechai Rudinsky

on the birth of a baby boy

Yaakov Rudinsky

on the birth of a baby boy

Yehuda Jaskiel

on the birth of a baby boy

Moshe Rosenfeld

on the Bar Mitzva of his son

Elimelech Trenk

on the engagement of his son

Avrohom Ehrenreich

on the birth of a baby girl

Yaakov Porush

on the birth of a baby girl

Nechemia Pleeter

on the birth of a baby boy